top of page

זייטמיר געזונט'אגט




היום יום ראשון בשבת!!


ס'נאכאמאל זונטאג!!! יויש… פארוואס יעדע וואך נאכאמאל???.....


איך שטיי אויף אינדערפרי, מיינע אויגן קלעבן, כהאב נישט קיין כח א ריר צו געבן, ס'שוין היבש שפעט, איך ווער אומרואיג, כ'האלט נאכנישט עכט ביים אויפשטיין אבער איך זעה קלאר אז די וועלט גייט אן און די זייגער רוקט זיך טראצדעם וואס איך שלאף נאך, איך ווינדער זיך וואס די פוילקייט האט מיך היינט אזוי באהערשט, ביז איך דערמאן זיך - ס'דאך זונטאג היינט!


כ'גיי ארויס פונדערהיים, ס'קאכעדיג הייס, יומיד, אלעס שוויצט, איך פיהל זיך ווי א צוקוועטשטע טאמעטע מיט מיינע פאות פארקלעבט ווי א פלעכטער, און איך דערמאן זיך אז מיין שליסל פון די קאר איז געבליבן אין מיין שבת'דיגע הויזן, וואס?? איך דרייוו מיט מיין שבת דיגע הויזן? אה.. נעכטן איז געווען מוצאי שבת!! - ס'דאך זונטאג היינט!


כ'זיץ שוןי פיינעלי אין קאר, מיין הוט ווערט אראפגעלייגט אויפן פאסאנדזשיר סיעט און טראסקעט גלייך אראפ אויפן פלאהר, איך פאר ארויס פונעם דרייוו-וועי און איך בלייב שטעקן אונטער א באס, ביים ביהמ"ד דריי איך זיך ארום עטליכע מאל זוכן פארקינג אן ערפאלג, רבונו של עולם וואס גייט היינט פאר מיט מיר??? אה.. איך כאפ שוין - ס'דאך זונטאג היינט!


כ'שמייס אריין אין מקוה, אךךך… מען קען דאך נישט נעמען קיין שויער ס'די ניין טעג… נו איז וואס? טאר שוין נישט זיין קיין האנטוכער??? מוז איך בלייבן היינט נאס פון די מקוה ביז ביינאכט??? קען זיין, נאך אלעם - ס'דאך זונטאג היינט!


אויש… מיין קעמל האב איך נישט! ארויסגעפאלן פון טאש? ווייסעך נישט, אלענפאלס העמיר מאכן די פאות מיט די צען פינגערס במקום קעמל, לאמיר שוין גיין דאווענען און אנהייבן די טאג, נו גוט יעצט גיי זוך מיינע טו"ת… וואו האב איך עס נעכטן געלייגט? אה, נעכטן האט מען נישט געלייגט תפילין! - ס'דאך זונטאג היינט!


אקעי, געענדיגט דאווענען, מען גייט אין דער ארבעט, וואו איז מיין פרישטאג? אה כהאב עס נישט איינגעפאקט נעכטן, אייגנטליך - איך קען בככלל עסן פרישטאג? די בני מעיים זענען נאך בכלל נישט גרייט פאר נאך א סעודה, זיי זינגען נאך זמירות פון מלוה מלכה, - ס'דאך זונטאג היינט!


לאמיר זעהן וואס ליגט אויפן סקעדזשועל היינט, הוהא! א הויפן מיט אומגעליינטע אימעיל'ס האביך דא! אוי טאטע זיסער, דער קלעבאכטס וויל איך זאל אים צוריקקאלן, כהאדאך נישט קיין נערוון צונים! איך ווייס וואס ער פארקויפט און איך ברויך נישט זיין סערוויס!! אראפ פון די ליסט! וואס ווייטער? דער אומפארענדיגטער דאנארשטאג ארבעט ווארט אין די ליין צו ווערן געענדיגט, איך האב אבער נישט קיין געדולד דערצו! - ס'דאך זונטאג היינט!


פיינעלי האלט איך שון אינמיטן די ערשטע זאך פארן טאג, ווען איך כאפ מיך אז די עיר קאנדישן ביי אונז אין אפיס ארבעט ווי טויטע כפרות, פארוואס??? זאג מיר נישט אז איך גיי דא שוויצן אגאנצן טאג! אה… ס'נאר די פילטער, אקעי לאמיר עס מסדר זיין און געענדיגט, נישט אזא געפערליכע פארברעך נאך אלעם שטייט עס זייער גוט פארן היינטיגן טאג - ס'דאך זונטאג היינט!


איך עפן די ארטיקל וואס כהאב אנגעהויבן שרייבן פאריגע וואך, דער רעדאקטער שרייט אז ער וויל עס שוין אויף היינט, אבער עס גייט נישט, מיין הארד דרייוו ארבעט שטייט, ס'שרייבט זיך נישט! וואס וויל דער רעדאקטער פון מיר? - ס'דאך זונטאג היינט!


זעץ איך מיך אראפ אויסקלאפן מיינע פארזונטאג'טע געפילן, לאמיר עס אביסל שעירן מיט מיינע חברים און ידידים, אבער איין מינוט, וואס פונקטליך וויל איך דא? ס'מאכט דאך נישט קיין ברעקל סענס דער ארטיקל, כ'שעם מיך פון זיך אליינס וואס איך שרייב דא! נעע… נישטא פון וואס זיך צו שעמען, זייער נארמאל אזא קאטשקע בעראטשקע, - ס'דאך זונטאג היינט!


אלזא, איך גיימיר אהיים פון אפיס און איך האף אז מארגן ווען איך קום צוריק וועט שוין זיין מאנטאג,


זייטס מיר אלע געזונט'אגט!






About Page

Hi, thanks for stopping by!

I'm a paragraph. Click here to add your own text and edit me. I’m a great place for you to tell a story and let your users know a little more about you.

Let the posts
come to you.

Thanks for submitting!

  • Facebook
  • Instagram
  • Twitter
  • Pinterest
bottom of page